צופלוטשעט
וַיְהִי, בִּימֵי,
פארציילן כ׳גיי,
א גוט שטיקל סושי כ׳קיי,
דא ביים קעניג אחשוויי,
אין פָּרַס וּמָדַי,
ס׳איז אנגעגרייט ריזיגע טישן,
פאר אלע מענטשן פון שישן,
די בעסטע רויע פישן,
אויף יעדענס פלאץ א גראבן קישן,
א טאג ווי היינט גייט קיינמאל נישט זיין,
אויף מארגן detox מאך שוין א פלאן,
אבער יעצט זאל זיך גיסן נאך וויין,
זאלסט פליען ביז איראַן,
צוריסן און צופלוטשעט פארשטעלט ווי א גבאי,
ער שרייעט אין זיין טעלער ער דארף א טשיקן לאַבּע,
אז ער איז טויט שיכור אזוי איז מען מסתבר,
שווערע קאטשעלאבּע
האלאו האסט שוין אריינגעטאנט?? הא?
בינד איהם אויף,
מ׳נעמט עם מיט אויב ער שלעבט די ספיקער,
אם בגפו יבא בגפו יצא,
חברה זייטס גרייט פאר שווערע תּפאָכעס שווערע תּפאָכעס חברה,
אויב קענסט עס נישט הענדלען באלאנגסטו נישט דא,
שוין געטרינקען א גאנצע terabyte טאַקילאַ,
לאז די באשעפער שלעפן דיין luggage,
די שיכור לעבן מיר האט זיך גענומען טוהן תשובה,
די כהן גדול׳ס נאמען,
מיט תכלת און ארגמן,
אנגעפירט ביי המן,
די מיוזיק טוט באָמען,
די קעניג האט א סיריעס פלאן,
ברענג אהער ושתי מיט איר שיין,
אבער א שווערע וויידל טשעקט אריין,
דעי קעניג טענה׳ט ס׳נישט מיין,
אין מגילה שטייט וְהַשְּׁתִיָּה כַדָּת,
אנטשולדיגט זיי מיר מוחל, פול אן נאך א כוס,
לאמיר ווייבּן מיט די ניגון פון שייע גראס,
כאפ א שאַט אין איין שאס,
די אינגערמאן מיטן דאטשיק זעה איך שוין בּאַלד,
א ריזיגע בעקעלע פאר א פושקע ער האלט,
ער קומט אריין יעדעם ער באפאלט,
דער בחור איז צובּאַלט,
ס׳כלאפּטשעט און ס׳בּלעזלט
א גיטן fruity tuti אדער purple קאָש,
שפּאַר איין דיין טאטע covid still a risk,
שמור וזכור ארויס מיטן בחור,
אני אוהב סומסומים אני צריך חומוס,
אביסעלע ענערגי
טילילאלא טילילאלא סאיז דארנעשטיג היינט