צום שיין פון די לבנה
די כונה
אַן הכנה
צו דעם הימלישן מתנה
דעם גע"שאנק שאנק שאנק"
בַּיּוֹם הַשִּׁשִּׁי – וְהֵכִינוּ – אֵת אֲשֶׁר יָבִיאוּ
מען שפירט אין די אוהלים
דעם באזוך פון שבת שלום
מען פארזוכט שוין די מאכלים
מיט גע"זאנג זאנג זאנג"
קוים שלאפן גייט
אדער שטייט
מען אויף גאר פרי.
"מען ווארט שוין א גאנצע וואך
ליל שישי איז דאך קיינער מיד.
אראפ עס גייט די גלות יאך
פונעם איד.
מען פריידט-זיך – מען גרייט-זיך
לחסות בצל הקל
לכבוד שבת".
נאך זעקס טעג פון יגיעה
א זכיה
אן עליה
און אויף פרשת השבוע
לערנט "פשט פשט פשט"
חומש רשי – כלי יקר'ס קשיא
מיט אור החיים.
דער א חלה
דער א גאלע
לכה דודי לקראת כלה
און מגלה
זענען אלע
ס'שוין די העכסטע צייט
פאר קדושה – ווייל יום השישי – ויכולו השמים.
"מען ווארט שוין א גאנצע וואך
ליל שישי איז דאך קיינער מיד.
אראפ עס גייט די גלות יאך
פונעם איד.
מען פריידט-זיך – מען גרייט-זיך
לחסות בצל הקל
לכבוד שבת". (שבת קודש)
"איי לכה דודי…."
—————
מיר גייען דאך אנטקעגן
אט דעם שבת'דיג פארמעגן
און מיר מעגן, פרעגן, וועגן
"דעם דעם דעם"
איך טרייב-עס
מקבל שבת
מערב מזמינים.
פון איין דור ביזן צווייטן
מיר אינווייטן
און אנגרייטן
און באגלייטן
און פארשפרייטן
אז תתענג על ה'
ברענג מופתים
עזור לשובתים
נעם אוועק די דינים.
"מען ווארט שוין וואך נאך וואך
אוי א יעדער איינער איז דאך מיד.
נעם אראפ די גלות יאך
פונעם איד.
פארשטייט זיך – מען גרייט-זיך
לחסות בצל הקל
לכבוד שבת".
"ווען איך וואלט געהאט די כח
וואלט איך שוין געלאפן אין די גאסן
און איך געוואלט געשריגן זייער הויעך
אז מארגן קומט שוין שבת".
"ווען איך וואלט געהאט די כח
וואלט איך שוין געלאפן אין די גאסן
און איך געוואלט געשריגן זייער הויעך
אז מארגן קומט שוין שבת"
"איי לכה דודי…."
"איי לכה דודי…."
שבת נקבלה
שבת נקבלה
שבת נקבלה
תגובה אחת
אפשר תרגום?