אין דער פרי גייט ער צו נאכ'ן דאווענען מיט א ברען
צו זיין רבי’ן דער חפץ חיים אפשר ענטפערן ער קען
יעדס ווארט זאג איך פארט מיט כוונה און מיט געפיל
אבער לאנג נאמך מיין שמונה עשרה
ס’ווארט נאך אלץ דער גאנצע שוהל
איך באטראכט זיין פנים לייכט
דער ראש ישיבה גאר לאנג ער ציט
מ’סתם שוועבט ער דארט זייער הויך
אין די הימל’ן ווייט ער פליט
איך קלער אריין ס’מוז דאך זיין
גרויסע שמות הויעך אהן א שיעור
וואס עס פאלט מיר נאך אין כוונות
בעט איך רבי לערנט מיר
אוי מיין טייער ליבער קינד דו לעבסט אין א טעות
איך טראכט נאר דעם פשוט’ע טייטש
א יעדער ברכה’ז א גאנצע וועלט
ווען איך רופ אבער צו צום ברכה פון די הודאות
זאג איך מודים מיין הארץ וועט אפגעשטעלט
ווי אזוי קען איך אים דאנקען גענוג אויף אלע חסדים
וויפיל גוטס ער טוט און טוט מיט מיר, א יעדן טאג נאך און נאך
אויף זיין חוט של חסד זיין גרויסע געטליכר פאדעם
אויף יעדען אטעם זאג איך מודים אנחנו לך
מען מאכט מיט ס’איז אלעס גוט
עס ליגן חסדים אין יעדע בשורה
אין אפילו ווען ס’גייט אונז שווער’לך
אויך בצר הרחבת לי
כל שכן- דארף מען זעהן ווען דאס לעבן גייט יא כשורה
צו באדאנקען דעם ליבן טאטן פון טיפן הארצן מודה אני
אוי מיין ליבער פאטער יא דו גיבסט אונז השפעות
יעדער איד איז א בן יחיד יעדער קינד איז א גאנצר וועלט
און מיט לויב און דאנק צו דיר דו קל ההודאות
זאג איך מודים מיין הארץ ווערט אפגעשטעלט
ווייל ווי הייב איך אן זאגן א שבח פאר אלע חסדים
וויפיל גוטס דו טוסט און טוסט מיט מיר
א יעדע טאג נאך און נאך
אויף דיין חוט של חסד דיין גרויסר געטליכר פאדעם
אויף יעדען אטעם זאג איך מודים אנחנו לך